היינט איז פארגעקומען א פרישע טעראר אטאקע אין מערב ברעג ווען א פאלעסטינער איז אריינפארן מיט זיין קאר אין זעלנער ביי א וואך פונקט און פרובירט זיי צו אומברענגען, דער פאלעסטינער טעראריסט איז געשאסן און אומגעברענגט געווארן אויפ׳ן פלאץ, און 3 זעלנער זענען פארוואונדעט געווארן מיט לייכטע וואונדן, אין מדינת ישראל איז מען באזארגט אז די לעצטיגע אנגעצויגנקייט ארום די הר הבית וועט פון פריש אנצינדן א איטיפאדע און ברענגען מיט זיך א פלייץ פון אטאקעס היל״ת.

די שטורעם ארום די עלעקטראנישע וואך פונקטן וואס די מדינת ישראל פאליציי האט געשטעלט ארום דעם הר הבית טוט ווייטער ברענגען צארן אין די אראבישע וועלט, סאודי אראביע און ירדן האבן עס פארדאמט און פארלאנגט פון אמעריקע צו אינטערווענירן און צוריקשטעלן די אויטאריטעט אויפ׳ן בארג צו די וואקף וואס איז אונטער די ירדנ׳ישער געזעץ אזוי ווי עס איז געווען פאר 1967, אזוי אויך איז טערקיי היינט ארויסגעקומען מיט א גאר שארפע סטעיטמענט קעגן מדינת ישראל און איר באשולדיגט אין ׳בארבארישע אקטן׳ און א פארברעכן קעגן די מענטשהייט, און פאלשערהייט באשולדיגט מדינת ישראל אז זי צוימט איין די פרייהייט פון רעליגיע פאר מוסלמענער.

בילד: טעראר אטאקע אין מערב ברעג לאזט איבער 3 פארוואונדעטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל