נאכפאלגנדיג 3 מאנאטן אין וועלכע די קארופטירטע און מערדערישע מאדורא רעזשים טוט אונטערדריקן פראטעסטן מיט ברוטאלע מיטלן, און א טאג נאכדעם וואס 7 מיליאן ווענעזועלער בירגער האבן געשטימט אין א רעפערענדום קעגן א בערפארשטייענדע אפשטימונג פאר א נייע קאנסטיטוציע, האט די טראמפ אדמינסטראציע ארויסגעלייגט א ווארנונג פאר די מאדורא רעזשים, זאגנדיג אז די פאראייניגטע שטאטן וועט ארויפלייגן שווערע סאנקציעס אויב די מאדורא רעזשים גייען ווייטער מיט זייערע פלענער צו אפהאלטן די אפשטימונג אין יולי 30 צו גרינדען א נייע לעגיסלאטיווע קערפערשאפט וואס זאל אוועקנעמען מאכט פון די עקזיסטירנדע פארליאמענט אין וועלכע די אפאזיציע האט קאנטראל און שרייבן א נייע קאנסטיטוציע וואס זאל פארזיכערן די מאכט פון די יעצטיגע רעזשים.

די אפאזיציע פארלאנגט באלדיגע וואלן פאר די פרעזידענטשאפט אין וועלכע מאדורא איז ערווארטעט צו פארלירן אויב עס ווערט אפגעהאלטן. און 7 מיליאן בירגער האבן נעכטן אויסגעדריקט זייער פראטעסט, די סאנקציעס קענען גאר שטארק פארקריפלן די עקאנאמיע פון ווענעזועלע - וועלכע איז שוין אזוי אויך צוזאמענגעבראכן - און וועט באטרעפן גאר שווער די נאנטע פון די רעזשים וועלכע פארדינען פון די אויל און גאז עקספארט קיין אמעריקע.

בילד: אמעריקע נעמט שטרענגערע שטעלונג קעגן מערדערישע מאדורא רעזשים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל