וואשינגטאן - די טראמפ אדמיניסטראציע האט געזאגט אז עס איז שטארק מעגליך אז פרעזידענט טראמפ וועט אונטערשרייבן דעם ביל איינצושטעלן נייע סאנקציעס קעגן רוסלאנד. די נייע פרעסע סעקרעטארין, סערע סענדערס, זאגט אז פרעזידענט טראמפ שטיצט דעם צוגאנג פון זיין שטייף קעגן רוסלאנד און נישט צולאזן רוסלאנד טאן וואס זיי ווילן, און וועגן דעם וועט טראמפ ווארשיינליך אונטערשרייבן די נייע סאנקציעס. פון דער אנדערער זייט האט דער נייער ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, ענטאני סקאראמוטשי, געזאגט אז פרעזידענט טראמפ איז בכלל נאכנישט זיכער אז רוסלאנד האט טאקע דורכגעפירט העקערייען צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, און סקאראמוטשי האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן צי טראמפ האט שוין באשלאסן צי ער וועט אונטערשרייבן דעם ביל.

בילד: טראמפ גרייט אונטערצושרייבן רוסישע סאנקציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל