מיזורי - אויטאריטעטן אין סענט לואיס, מיזורי האבן געזאגט אז זיי האבן איינגעשטימט צו אינסטאלירן צייטווייליגע עירקאנדישאן אין דער שטאטישע מידיום זיכערהייט טורמע, נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען מאסן פראטעסטן דערוועגן אין דער שטאט. די אישו פון דער ארטיגער סיטי טורמע ציט זיך שוין עטליכע יאר, וואו סיוויל רייטס גרופעס זאגן אז די ארעסטאנטן ווערן געהאלטן אין אוממענטשליכע אומשטענדן, און די סיטי אינוועסטירט נישט דאס מינדעסטע געלט אין דער טורמע. אין יאר 15׳ איז פארגעקומען א רעפערענדום וואו סיטי וויילער האבן אפגעווארפן א פארשלאג אז די רעגירונג זאל אויסבארגן פרישע געלטער צו אינסטאלירן עירקאנדישאנס אין טורמע, אבער מיט די לעצטערע זעלטענע היצן, האט דער פובליק ווידער אנגעהויבן פארפירן אז מען מוז יא אינסטאלירן עירקאנדישאן. שבת זענען פארגעקומען פראטעסטן פארנט פון דער טורמע, וואו 150 פראטעסטירער זענען באשפריצט געווארן מיט טרערן גאז, און אין רעאקציע צו די פראטעסטן, האבן די אויטאריטעטן געמאלדן אז זיי וועלן יא אינסטאלירן צייטווייליגע עירקאנדישאן אין לויף פון די יעצטיגע הייסע טעג.

בילד: שטורעם איבער טורמע עירקאנדישאן אין מיזורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל