לאס אנדזשעלעס - אויטאריטעטן אין צענטראל קאליפארניע האבן געמאלדן אז די עוואקואציעס פון עטליכע שטעטלעך צוליב א וואלדפייער, איז אפגערופן געווארן ווייל זיי האבן שוין באקומען קאנטראל אויף א קליינעם פראצענט. אפאר טויזנט איינוואוינער פון דער היסטארישער שטאט מאריסאפּא זענען עוואקואירט געווארן עטליכע טעג צוריק ווען דער וואלדפיייער אין די בערג נעבן זיי האט אויסגעבראכן. צוויי הייזער זענען פארניכטעט געווארן, און דערווייל זענען נאך ארום פופצן הונדערט הייזער אין געפאר, אבער די אויטאריטעטן האפן אז קילערע וועטערס און רעגן וועט זיי העלפן פארלעשן דאס פייער אין די קומענדיגע צוויי טעג. אין דער זעלבער צייט ברענען אבער ווייטער עטליכע וואלדפייערן אין דרום קאליפארניע, וואו עס האט שוין פארניכטעט 25 הייזער אין לויף פון די לעצטע פּאר וואכן.

בילד: צענטראל קאליפארניע פייער אפגעשוואכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל