וואשינגטאן – די ליבעראל-גענויגטע "ניו יארק טיימס" האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זיי פארלאנגען אן אנטשולדיגונג פון פרעזידענט טראמפ און פון דער קאנסערוואטיוו-גענויגטער "פאקס ניוז" נייעס אגענטור, איבער דעם וואס דער פרעזידענט האט שבת אויף טוויטער באשולדיגט דעם "טיימס" אין צוברענגען אז אמעריקע זאל פארלירן א שאנס אומצוברענגען א הויכראנגיקן אייסיס פיגור. טראמפ'ס מעסעדזש אויף טוויטער איז געקומען פון א באריכט וואס "פאקס ניוז" האט געלופטערט שבת אינדערפרי, באשולדיגנדיג אז נאך א סוקסעספולע אפעראציע אין יוני יאר 15', וואו דער אייסיס פירער אבו סאאיף איז אומגעברענגט געווארן און זיין פרוי געכאפט געווארן לעבעדיגערהייט, האט דער "טיימס" פובליצירט דעטאלן פון דער אפעראציע, וואס האט געברענגט אז אן אייסיס פירער, אויף וועמען אמעריקע האט געהאלטן אן אויג, זאל פארשוואונדן ווערן פון דער מאפע. אין רעאליטעט האט דער "טיימס" בלויז פובליצירט די דעטאלן פון דער אפעראציע, נאכדעם וואס דער דעמאלטדיגער פענטאגאן פירער עשטאן קארטער האט אפיציעל געהאט געמאלדן איבער דער אפעראציע, און דער פענטאגאן האט געגעבן ערלויבעניש פאר'ן "טיימס" צו פובליצירן זייער ארטיקל. דער טיימס זאגט דעריבער אז "פאקס" ניוז" און דער פרעזידענט דארפן זיך אנטשולדיגן פאר דער לעכערליכער אטאקע.

בילד: "טיימס" וויל טראמפ אנטשולדיגונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל