וואשינגטאן – סענאטאר טשאק שומער, דער פירער פון די דעמאקראטן אינעם סענאט, האט נעכטן אין א סעריע אינטערוויוס געזאגט אז די דעמאקראטישע פארטיי אנערקענט אז אין די לעצטערע יארן זענען זיי נישט געווען גענוג אגרעסיוו ארויסצושטעלן זייער עקאנאמישע אגענדע פאר'ן פאלק, און דעריבער איז מען זיך אליינס שולדיג אויפ'ן פאקט אז די רעפובליקאנער קאנטראלירן יעצט קאנגרעס, סענאט און דאס ווייסע הויז. שומער זאגט אז מ'קען נישט באשולדיגן רוסלאנד און נישט קיין העקערייען אויפ'ן פרוי קלינטאן פארלוסט, נאר מען דארף קוקן אויף זיך אליינס און איינזען אז די דעמאקראטישע פארטיי האט נישט פארקויפט גענוג א גוטן עקאנאמישן מעסעדזש, און דאס האט געברענגט אז וויילער זאלן זיך אוועקדרייען און שטיצן טראמפ. שומער האט געזאגט אז אין די קומענדיגע טעג וועט די דעמאקראטישע פארטיי ארויסשטעלן א נייע פלאטפארמע פון פאליסיס, און דער "וואשינגטאן פאוסט" באריכטעט אז זיי וועלן דאס אנרופן "דער בעסערער דיעל", צו קאנקורירן מיט פרעזידענט טראמפ'ס "קונץ פונעם דיעל" – ווי טראמפ'ס מערסט-פאפולערע בוך ווערט גערופן.

בילד: דעמאקראטן שטעלן ארויס נייע אגענדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל