מאנהעטן - ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט אין א פרישן שארפן מעסעדזש אראפגעריסן די עם-טי-עי און גאווערנאר קאומאו, זאגנדיג אז זיי זענען שולדיג פאר די סאבוועי פראבלעמען. דעבלאזיא האט ספעציעל גענומען א סאבוועי רייזע, און אויפ'ן באן האט ער אדרעסירט די מידיא, זאגנדיג אז די עם-טי-עי פארמאגט מיליאנען דאלארן אין זייער קאסע וואס זיי געבן נישט ארויס, וואס די געלטער וואלטן געקענט גענוצט ווערן צו פארבעסערן דעם סאבוועי סיסטעם, און אנשטאט נוצט די ניו יארק סטעיט רעגירונג, אונטער דער דירעקציע פון גאווערנאר קאומאו, די געלטער פאר אנדערע פראיעקטן. דעבלאזיא׳ס ספעציעלע סאבוועי באן רייזע איז אראפגעריסן געווארן דורך לאקאלע ניו יארקער מידיא, וועלכע האבן באריכטעט אז היימלאזע געלט זאמלער זענען ווילד ארויסגעווארפן געווארן פון דער סטאנציע וואו דעבלאזיא איז געווען געסקעדזשועלט צו רייזן, כדי צו געבן א ריינע סטאנציע פאר׳ן מעיאר.

בילד: דעבלאזיא קריטיקירט עם-טי-עי און קאומאו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל