וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעהויבן א נייע גרויסע ביזנעס אינוועסטמענט אין אמעריקע, מיט׳ן אנצייגן אז די קארנינג גלאז פירמע וועט אינוועסטירן א האלבן ביליאן דאלאר, אינאיינעם מיט די גיגאנטישע דראג פירמעס, פייזער און מערק, צו ערצייגן א נייעם סארט גלאז פאַר די מעדיצינען וואס ווערן געהאלטן אין גלאזערנע פלעשער און מען שעפט דערפון ארויס מיט אן ״אינדזשעקשאן״ איינשפריצער כדי אריינצושפריצן די מעדיצינען אין פאציענט. פרעזידענט טראמפ האט דאס געמאלדן מיט פאמפע ביי אן אויפטריט אינעם ווייסן הויז, וואו ער האט געזאגט אז דער נייער פלאן וועט אויפטרייבן 1,000 דשאבס ביי פאבריקן אין ניו יארק און אין ניו דזשערזי. עווענטועל קען דאס געשעפט ברענגען אינוועסטירונגען פון 4 ביליאן דאלאר, און 4,000 דזשאבס, האט טראמפּ געזאגט, שטייענדיג אינאיינעם מיט די פירער פון קארנינג, מערק און פייזער.

בילד: גלאז פירמע אינוועסטירט אין אמעריקאנער פאבריקן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל