מאסאטשוסעס. - א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א מאסאטשוסעס וואסער טריעטמענט פלענט, איז געווארן באשולדיגט און צוגעצייכנט אויף פייגלעך. דער פריעבאדי פייער לוטענאנט האט געזאגט "די שולד פון דעם פייער ווערט צוגעצייכנט צו פייגלעך, וואס האבן האבן דארט אויפגעשטעלט נעסטן, און אויפגעגעסן די אינסטולאציע, פון אן עלעקטרישן דראט, געווידמעט אפצוהאלטן דאס קומען אין בארירונג מיט אנדערע ווייערס וואס לויפן אויף דער פארקערטער ריכטונג." דאס האט פאראורזאכט אז די ווייער זאל ווערן זייער הייס, און א פייער האט אויסגעבראכן, זיך אנכאפנדיג אויף די שטרוי פון די נעסטן, גייענדיג גאר שנעל צום דאך פון דער געביידע. דער דאך פון דער געביידע איז געווארן פארניכטעט, און דאס פייער האט פאראורזאכט שווערע שאדנס צו דער איין זייט פון דער געביידע. דער פלענט וועט דארפן דורכגיין רענאוואציעס, און נישט קענען אפערירן פאר איבער א יאר.

בילד: פייגלעך באשולדיגט אלס ווילדע ארסאניסטן...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל