אלבאני – א מאיאריטעט ניו יארקער איינוואוינער גלייבן אז גאווערנאר ענדרו קאומא איז דער וואס איז פאראנטווארטליך פאר'ן געפלאגטן טראנזיט סיסטעם אין ניו יארק סיטי, און דעריבער באשולדיגן זיי אים אין די נאכאנאנדע פראבלעמען, זאגנדיג אז ער טוט נישט קיין גוטן דזשאב. די פרישע אינפארמאציע קומט פון א "סייענע קאלעדזש" אנקעטע, וואס צייגט אז 52 פראצענט ניו יארק סטעיט איינוואוינער האלטן קאומא'ן פאראנטווארטליך פאר'ן געפלאגטן ניו יארק סיטי טראנזיט סיסטעם, און בלויז 33 פראצענט איינוואוינער איבער דער סטעיט האלטן אז ס'איז מעיאר דעבלאזיא'ס שולד. די אנקעטע ברענגט נאך שלעכטע נייעס פאר קאומא, וועלכער גרייט זיך צו לויפן פאר ווידערוויילונג, ווען בלויז 43 פראצענט ניו יארקער האלטן אז ער טוט א גוטן דזשאב אלס גאווערנאר. וויילער אין דער סטעיט זענען צעטיילט איבער דער אישו פון געבן פאר קאומא א דריטן טערמין, ווען 46 פראצענט זאגן אז יא און 46 פראצענט זאגן אז נישט.

בילד: ניו יארקער: קאומא שולדיג איבער טראנזיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל