ניו יארק סיטי – די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט וועט אוועקשטעלן א נייעם פאליציי פריסינקט אין ראוסדעיל, קווינס, לויט א מעלדונג וואס מעיאר ביל דעבלאזיא האט געמאכט אינאיינעם מיט'ן פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל. די פלענער אוועקצושטעלן א 105'טע פריסינקט גייט שוין אן א לענגערע צייט, וויבאלד אינעם ספעציפישן געגנט אין קווינס דויערט אין דורכשניט פאר פאליציי אנצוקומען צו א רוף 9 מינוט, לענגער ווי די דורכשניטליכע 7 מינוט אין אנדערע טיילן פון דער סיטי – און יעצט האט מען געהערט גענוי וואו דער פריסינקט וועט זיין סטאנציאנירט, אויף נארט קאנדואיט עוועניו. דאס געלט אויפצובויען דעם פריסינקט וועט קומען פון זיבעציג מיליאן דאלער וואס מעיאר דעבלאזיא האט ספעציעל אריינגעשטעלט אינעם בודזשעט אין אפריל יאר 16', אבער דעבלאזיא זאגט אז די ארבעט פון בויען א פריסינקט, און ביז עס ווערט אריינגעשטעלט אין קראפט, דויערט עטליכע יאר, נישט וועלנדיג זאגן פונקטליך ווילאנג ס'וועט דויערן.

בילד: נייע פאליציי פריסינקט אין קווינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל