וויסקאנסין – מאסיווע פארפלייצונגען וועלכע האבן פאריגע וואך באטראפן טיילן פון וויסקאנסין און אנדערע סטעיטס, האבן געברענגט אז די הויפנס קעש פון א לאקאלן וויסקאנסין באנק זאלן גענצליך פארשוועמט ווערן אין וואסער אריין. דער אינצידענט האט פאסירט מיט'ן "פאקס ריווער סטעיט באנק" אין בורלינגטאן, וויסקאנסין, וואו די פארפלייצונג וואסערן זענען אריינגעקומען אינעווייניג אין דער באנק געביידע און געפלאסן ביז'ן צימער וואו דער גרויסער אייזערנער "סעיף" ליגט. דאס וואסער האט באוויזן ארויסצושלעפן דאס גאנצע קעש פונעם סעיף, עס אוועקגעפירט מיט די שטראמנדיגע כוואליעס. קיעט פאלאק, דער פרעזידענט פונעם באנק, האט אין א סטעיטמענט זיך אנטזאגט צו ענטפערן פונקטליך וויפיל קעש עס האט זיך געפונען אינעם סעיף, אבער ער האט בארואיגט קאסטומערס, זאגנדיג אז ער האט באקומען א פארשפרעכונג פון פעדעראלן רעזערוו, אז זיי וועלן ערזעצן יעדעס איינציגע דאלאר וואס איז דארטן געליגן.

בילד: פארפלייצונג פארשוועמט באנק'ס קעש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל