וואשינגטאן – אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט געמאלדן אז אין די קומענדיגע טעג וועט די יוסטיץ דעפארטמענט ארויסשטעלן א סעריע נייע רעגולאציעס און אנווייזונגען פאר פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד, און א הויפט אויפטו וועט זיין דאס וואס די "סיוויל עססעט פארפיטשור" געזעצן וועלן ווערן פיל אויסגעברייטערט. "סיוויל עססעט פארפיטשור" באדייט דאס וואס עס עקזיסטירן געזעצן איבער'ן לאנד אז פאליציי אפיצירן האבן די רעכטן צו פארכאפן סיי וועלכע פארמעגן, געלט אדער חפצים פון ציווילע בירגער, אויב איז פאראן די מינדעסטע פארדאכט אז יענץ האט עפעס געהאט צו טאן מיט א קרימינאלן אקט. די סארט געזעצן זענען אריגינעל געשאפן געווארן צו באקעמפן מאפיאנערישע רייכע באנדעס, אבער פילע רעכטן גרופעס באקלאגן זיך אז ס'איז ארויס פון קאנטראל, און פאליציי פארכאפן סתם אזוי זאכן, וואס נאר ס'שמעקט זיי צו האבן. סעשאנס זאגט אבער אז עס איז וויכטיג צוריקצושטעלן די פולע מאכט פאר פאליציי אפיצירן צו פארכאפן פארמעגנס, ווייל דאס וועט פאטענציעל ברענגען צו פארכאפן הייזער, קארס און אנדערע איינריכטונגען פון דראג באנדעס, וועלכע נוצן די פארמעגנס אויף צו פארשפרייטן געפארפולע דראגס איבער'ן לאנד.

בילד: סיוויל פארפיטשור אויסגעברייטערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל