וואשינגטאן – די "רויטערס" נייעס אגענטור האט דורכגעפירט אן אנקעטע אין וועלכע זיי האבן אויסגעפרעגט אמעריקאנער בירגער, צי זיי האבן אלס א פריאריטעט איינצוקויפן דוקא זאכן וואס ווערן פאבריצירט אין אמעריקע, און עס שטעלט זיך ארויס אן אינטערעסאנט אבער דערווארטעט בילד: זיבעציג פראצענט אמעריקאנער זאגן, אז ס'איז זייער וויכטיג פאר אמעריקאנער בירגער צו קויפן זאכן וואס זענען געמאכט געווארן אין אמעריקע, אבער פונדעסטוועגן זאגן 37 פראצענט אז זיי וואלטן בכלל נישט געוואלט צאלן מער געלט פאר אמעריקאנער-פאבריצירטע פראדוקטן ווי פאר אויסלענדיש-פאבריצירטע. 26 פראצענט זאגן אז זיי וואלטן געווען וויליג צו באצאלן מיט 5 פראצענט מער פאר אמעריקאנער-פאבריצירטע פראדוקטן, אבער נישט מער. די אנקעטע קומט אין דער זעלבער צייט וואס דאס ווייסע הויז האט אנגעהויבן א קאמפיין פאראויסצושטופן פאר אמעריקאנער בירגער צו קויפן דוקא "מעיד אין אמעריקע" פראדוקטן, וואס ווי א מערהייט עקספערטן זאגן איז נישט מעגליך צו פראדוצירן פראדוקטן אין אמעריקע און נאך אלץ בעטן די זעלבע ביליגע פרייזן ווי די אויסלענדיש-פראדוצירטע זאכן.

בילד: "מעיד אין אמעריקע" נישט אזוי וויכטיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל