וואשינגטאן – א נייער בוך, וועלכע גייט פובליצירט ווערן אין די קומענדיגע וואכן, דעקט אויף די סיבה פארוואס ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי האט נישט באקומען קיין דזשאב אין דער טראמפ אדמיניסטראציע. דער בוך, מיט'ן נאמען "שטן'ס געשעפט", איז געשריבן געווארן דורכ'ן "בלומבערג ביזנעסוויק" זשורנאליסט דזשאשוע גרין און עס דעטאליזירט סטיוו בענאן'ס ראלע אינעם טראמפ קאמפיין און אנדערע אינטערעסאנטע אויפדעקונגען פונעם קאמפיין. צווישן אנדערן ווערט דערציילט אז אין די אנגעצויגענע שטונדן פון דער וואל נאכט, בשעת די שטימען זענען געציילט געווארן, האט זיך קריסטי געפונען נעבן טראמפ און האט אים געזאגט, אז ער האט גערעדט מיט פרעזידענט אבאמא, און ערלעדיגט ביי אים אז אויב טראמפ געווינט, וועט אבאמא אנרופן קריסטי'ס סעלפאן, און אזוי וועט אבאמא קענען רעדן מיט טראמפ. האט זיך טראמפ אזוי אויפגערעגט אויף קריסטי, און געזאגט "העי, קריס, דו קענסט מיין פאון נאמבער. געב עס פאר'ן פרעזידענט! איך דארף נישט דיין פאון!" דער אינצידענט האט איבערגעלאזט טראמפ'ן מיט א שטארק ברוגז'דיגער שטימונג אויף קריסטי'ן, און עווענטועל האט קושנער אויך געשטופט דערצו אז קריסטי זאל נישט באקומען קיין שום פאזיציע.

בילד: פארוואס טראמפ האט געווארפן קריסטי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל