וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט מער אינפארמאציע און די פונקטליכע אידענטיטעט פונעם אכטן פערזאן וועלכער האט אנטיילגענומען ביי דער זיצונג צווישן דאנעלד טראמפ דזשוניאר און רוסישע באאמטע, און יענער איז געווען אייק קאוועלאדזשע, א רוסישער בירגער וועלכער ארבעט אין אמעריקע פאר א ריעל עסטעיט פירמע וואס באלאנגט פאר'ן רוסישן אליגארך אראס אגאלאראוו, וועלכער האט עטליכע יאר צוריק געטאן ביזנעס מיט פרעזידענט טראמפ און אגאלאראוו איז געווען דער וואס האט אראנזשירט די זיצונג. די אידענטיטעט פון קאוועלאדזשע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך אגאלאראוו'ס אמעריקאנער לאיער, סקאט באלבאר, וועלכער זאגט אז פראקורארן וועלכע ארבעטן פאר'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מולער – וועלכער שטייט אין שפיץ פון דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג – האבן זיך געוואנדן צו אים און פארלאנגט צו וויסן וועמען אגאלאראוו האט געשיקט אלס רעפרעזענטאט ביי דער זיצונג פון טראמפ דזשוניאר. די נייעס פון באלבאר אז מולער האט געוואלט האבן אינפארמאציע איבער דער זיצונג, צייגט קלאר אז די זיצונג איז יעצט א טייל פונעם ברייטן רוסלאנד אויספארשונג.

בילד: אייק קאוועלאדז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל