מאסקווע – ר' ברוך גאהרין הי"ו, געהילף פונעם רוסישן הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט"א, האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז דער רב איז שטארק אנטוישט איבער דעם וואס א געריכט אין דער רוסישער שטאט סאטשי האט געאורטיילט, אז א בוך וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן באקאנטן ארטאדאקסישן שרייבער און ידען, הרב מאיר לעהמאן ז"ל פון דייטשלאנד, דארף ארויפגעשטעלט ווערן אויף דער שווארצער ליסטע פון דער רוסישער רעגירונג, ווייל עס איז א בוך וואס פארשפרייט ראדיקאלע און עקסטרעמיסטישע געדאנקען – טראץ וואס מען האט געברענגט פאר'ן געריכט פילע באווייזן פארוואס דער בוך איז בכלל נישט שעדליך, נאר פונקט פארקערט. דער בוך וואס דאס געריכט האט פארבאטן, הייסט "הטבלה בכפייה" און עס דערציילט א פיקטיווע געשיכטע איבער א איד וועלכער איז געצוואונגען געווארן דורך פארכאפער זיך צו טויפן צום קריסטליכן גלויבן און ער שטרענגט זיך אבער אן, שטילערהייט, ווייטער צו האלטן אידישקייט אין געהיים. הרב לאזאר שליט"א זאגט אז דער אורטייל פונעם געריכט איז אומפארשטענדליך, ווייל אינעם בוך פון הרב לעהמאן איז גארנישט פאראן וואס פארשפרייט ראדיקאלע אדער עקסטרעמיסטישע אידעאלן.

בילד: רוסלאנד פארבאט בוך פון הרב לעהמאן

בילד: ר' ברוך גאהרין


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל