ארץ ישראל – חרדי'שע יונגעלייט אין ארץ ישראל זאגן אז די אויטאריטעטן אינעם "אנא קאלעדזש" אוניווערסיטעט האבן זיי אויסגעפאפט און אריינגענארט צו מיינען אז זיי גייען צושטעלן ספעציעלע קלאסן מיט גדרי הצניעות פאר חרדי'שע סטודענטן. אין דער ציוניסטישער מדינה ערלויבט נישט די רעגירונג אפצוהאלטן ספעציעלע קלאסן אין אוניווערסיטעטן אפגעטיילט מענער פון פרויען, איז דעריבער ביז היינט גאר שווער געווען ווען א חרדי'שער יונגערמאן האט געוואלט ארויסנעמען א ספעציעלע "דעגרי" צו קענען טאן א געוויסע פאך פאר וועלכע עס פארלאנגט זיך צו האבן אזא דעגרי. למעשה האט די "אנא קאלעדזש" אוניווערסיטעט אין תל אביב געמאלדן פאראיאר אז זיי גייען צושטעלן ספעציעלע קלאסן בלויז פאר מענער, האבן זיך א צאל יונגעלייט איינגעשריבן אנטיילצונעמען אין געוויסע קלאסן, אבער יעצט נאכ'ן ענדיגן איין יאר שטודיעס און זיך גרייטנדיג פאר א צווייטן יאר, האבן די אוניווערסיטעט באאמטע געזאגט אז די ספעציעלע קלאסן וועלן מער נישט פארקומען, וויבאלד די "הויכע ערציאונג" קאונסיל פון לאנד וויל נישט געבן איר באשטעטיגונג, ברענגענדיג אויפברויז ביי די פילע יונגעלייט, וועלכע זאגן אז זיי זענען בכלל נישט זיכער אז די אוניווערסיטעט וועט זיי צוריקגעבן דאס געלט, וואס זיי האבן איינגעצאלט צו קענען לערנען אין נישט-געמישטע קלאסן.

בילד: אוניווערסיטעט פאפט אויס חרדי'שע אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל