לאנדאן – עטליכע אייראפעאישע לענדער האבן שטילערהייט אנגעהויבן נוצן א נייעם מעטאד וויאזוי צו פארמיידן טעראר אטאקעס ביי גרויסע פארזאמלונגען, א שטייגער ווי דאס וואס מען האט געזען אין מאנטשעסטער, ענגלאנד מיט עטליכע מאנאטן צוריק, וואו 22 זענען אומגעקומען און נאענט צו 100 זענען פארוואונדעט געווארן. די אייראפעאישע רעגירונגען האבן אנגעהויבן אויפנעמען רעטייערטע עליטע מיליטערישע אפיצירן, וועלכע זענען טרענירט מיט פסיכיאלאגישע מעטאדן צו האבן שטארקע סענסיטיוויטעט אויפצוכאפן אקטיוויטעטן און באוועגונגען ארום זיך, וואס זיי ווערן אנגערופן "ביהעיוויער דעטעקשאן אפיסערס", און זיי ווערן אראפגעשטעלט ביי אזעלכע סארט גרויסע פארזאמלונגען, אנגעטון אין פשוט'ע קליידער, און זיי קוקן זיך שטילערהייט ארום אויפצוכאפן סיי וועלכע צייכן פון א געפאר, וואס זיי קענען דערשפירן אפילו פון עטליכע הונדערט פוס ארום זיך.

בילד: נייע אנטי-טעראר מעטאד אין אייראפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל