וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן אז זי האט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף אכצן איראנער בירגער און גרופעס, וויבאלד זיי ווערן באשולדיגט אין ארויסהעלפן די איראנער רעגירונג פאראויסצורוקן אירע נישט-נוקלעארע מיסיל און וואפנס פראגראמען. די פרישע סאנקציעס קומען אין דער זעלבער צייט וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן א סערטיפיקאציע אז איראן פאלגט אויס אלע דעטאלן פונעם נוקלעארן אפמאך, און דעריבער האט טראמפ באשטעטיגט די פרישע סאנקציעס, וועלנדיג צייגן אז ער ווערט נישט ווייך אויף דעם איראנער רעזשים. די סאנקציעס צילן צו בלאקירן פינאנצירונג פאר איראנער מיליטערישע פראגראמען, און נעמט אריין א פירמע אין טעהראן וועלכע האט געהאלפן שאפן טיילן פאר מיליטערישע דראונס, א טערקיש-באזירטע איראנער ביזנעס וועלכע האט צוגעשטעלט מאטעריאל פאר מיליטערישע שיפן, און א כינעזער פירמע וואס האט געשיקט עלעקטראנישע קאמיוניקאציע מאשינען פאר די איראנער מיליטערישע הויפטקווארטירן.

בילד: פרישע סאנקציעס אויף אכצן איראנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל