קיעוו – פרא-רוסישע סעפעראטיסטן, וועלכע קאנטראלירן עטליכע טעריטאריעס אין מזרח אוקראַינע, זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט א ראדיקאלער דעקלעראציע, אז זיי האבן געגרינדעט "מאלא-ראסיע", וועלכע באדייט "קליין רוסלאנד", וואס איז א גענצליך ניי לאנד, מיט'ן ציל אומצעווארפן די אוקראַינער רעגירונג און צו ערזעצן די עקזיסטירנדע אוקראַינע מיט דעם נייעם נאמען "מאלא-ראסיע". די דעקלעראציע איז געמאכט געווארן דורך אלעקסאנדער זאקארטשענקא, וועלכער איז דער זעלבסט-דערקלערטער פירער פונעם דאניעצק רעגירונג אין מזרח אוקראַינע, און ווי היסטאריקער האבן אנגעצייגט איז "מאלא-ראסיע" בכלל נישט קיין נייער טערמין, נאר אין די יארן ווען רוסלאנד איז געווען אן אימפעריע אונטער'ן צאר, איז די גאנצע טעריטאריע וועלכע איז היינט אוקראַינע טאקע געווען באקאנט מיט דעם נאמען "קליין רוסלאנד". די רוסישע רעגירונג, וועלכע שטיצט די סעפעראטיסטן אין מזרח אוקראַינע, האט פרובירט נעכטן אוועקצומאכן די דעקלעראציע, זאגנדיג אז ס'איז פשוט איין פארשלאג, אבער נישט קיין שום ערנסטע זאך.

בילד: אוקראַינע רעבעלן דערקלערן "קליין רוסלאנד"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל