וואשינגטאן – אלע פרואוון פון דער רעפובליקאנער פארטיי און פרעזידענט טראמפ פטור צו ווערן פון אבאמאקעיר, ווי טראמפ האט געהאט פארשפראכן ביים קאמפיינען פאר פרעזידענט, האבן זיך דערווייל אויסגעלאזט מיט א דורכפאל, נאכדעם וואס עס איז קלאר געווארן אז דער לעצטער פלאן פון די רעפובליקאנער אין סענאט, אפצושאפן אבאמאקעיר און אריינשטעלן נייע רעגולאציעס אין פלאץ, וועט נישט קענען דורכגיין.

די לעצטע סענאט ווערסיע איז דורכגעפאלן מאנטאג שפעט ביינאכט, ווען נאך 2 סענאטארן זענען ארויסגעקומען מעלדן אז זיי וועלן נישט שטימען פאר'ן פלאן, וואס האט געצווינגען סענאט פירער מיטש מעקאנעל צוריקצוציען דעם ביל. אריגינעל האט ער געוואלט מאכן נאך טוישונגען אינעם פלאן, אבער דינסטאג אינדערפרי האט מעקאנעל געזאגט אז ער וויל דער סענאט זאל קודם בלויז שטימען אויף אפצושאפן אבאמאקעיר, און דערנאך זיך זארגן אויף אריינצושטעלן א נייעם העלט-קעיר סיסטעם אין פלאץ.

אויך דאס איז דורכגעפאלן, ווען דריי סענאטארן, ליסע מורקאוסקי פון אלאסקע, שעלי קעפיטא פון וועסט ווירדזשיניע און סוזען קאלינס פון מעין, האבן געזאגט אז זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צום פלאן פון סתם אנולירן אבאמאקעיר, ווייל עס וועט נעגאטיוו אפעקטירן מיליאנען אמעריקאנער בירגער – און הערנדיג דאס, האט פרעזידענט טראמפ אין עטליכע מעסעדזשעס אויף טוויטער געשריבן אז אויב דער סענאט וועט גארנישט טאן, וועט ער לאזן אבאמאקעיר סיסטעמאטיש צוזאמפאלן, דורכ'ן נישט באשטעטיגן פרישע געלטער דערפאר.

בילד: רעפובליקאנער'ס פרואוון פטור צו ווערן פון אבאמאקעיר פאראליזירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל