בילד: מעגליכקייט אז ניו יארקער וועלן דארפן אנהייבן צאלן פאר מיסט זאמלונג
די סאנטאציע דעפארטעמנט אין ניו יארק וועט מעגליך אנהייבן רעכענען געלט באזירט אויף די צאל מיסט וואס איר ווארפט ארויס לויט א נייע פלאן פארגעשלאגן דורך א ברוקלינער קאנגערסמאן אנטאניא רייסאנא, דאס וועט סיי שפארן געלט פאר די סיטי, און די זעלבע צייט וועט עס מוטיגן ניו יארקער צו צוטיילן זייערע מיסטן אין איינקלאנג מיט די לעצטערע סטאנדארטן אז מען זאל עס קענען ריסייקלען, דאס קומט צו העלפן ניו יארק צו ריסייקלען גרעסערע פראצענטן פון די מיסט, אצינד טוט ניו יארק ריסייקלן בלויז ארום 17 פערצענט פון אירע מיסט, וואס איז ארום האלב פון די נאצינאלע דורכשניט, און פול נידריגער ווי פולע גרויסע שטעט איבער די וועלט. עס ווערן אצינד באטראכט פארשידענע פלענער, צווישן אנדערע אז מען וועט בלויז צאלן פאר מיסט וועלכע קען נישט רעסייקלט ווערן, דאס געלט וועט ווערן איינגעמאנט דורך דעם וואס די סאניטאציע דעפארטמענט וועט פארקויפן דעזיגנירטע זעקלעך וואס נאר דאס וועלן זיי צוזאמעננעמען, אויף א ענליכע פארנעם ווי די פאסט סערוויס.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל