ניו יארק – פרישע סטאטיסטיקס פונעם ריעל עסטעיט מארקעט צייגט אז די אלע זארגן אז אויסלענדישע אינוועסטירער וועלן פארלירן אפעטיט צו אינוועסטירן אין אמעריקע מיט דאנאלד טראמפ אלס פרעזידענט, האבן זיך אויסגעלאזט מיט א זייפן בלאז, און גאר פונקט פארקערט, די ציפערן פון די ערשטע זיבן מאנאטן פון היי יאר, האבן געבראכן א רעקארד, ווען אויסלענדישע אינוועסטירער האבן געשפענדעט 153 ביליאן דאלער איינצוקויפן ריעל עסטעיט אין אמעריקע, וואס איז די העכסטע ציפער פאר סיי וועלכע 6 מאנאטן אין לעצטיגער היסטאריע, און איז א דראמאטישע שפרינג פון 49 פראצענט מער ווי פאראיאר. כינעזער אינוועסטירער האבן אויסגעמאכט די גרעסטע פראצענט, איינקויפנדיג אמעריקאנער ריעל עסטעיט אין ווערד פון 31.7 ביליאן דאלער, און נומער צוויי אויף דער ליסטע איז אריינגעקומען קאנאדע, ווען קאנאדישע אינוועסטירער האבן אויסגעגעבן 19 ביליאן דאלאר אויף אמעריקאנער ריעל עסטעיט, וואס קומט צוליב וואס מער און מער קאנאדישע בירגער זעען איין אז ריעל עסטעיט אין אמעריקע איז ביליגער ווי קאנאדע.

בילד: אויסלענדישע ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס שטייגן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל