פילאדעלפיע – איינוואוינער אויף א גאס אין פילאדעלפיע זענען געווארן דערציטערט ביז גאר, ווען טויזנטער מורישקעס האבן זיך באוויזן פונעם לאך פון אן אפלויף-באסיין און האבן פארמירט א שווארמע אזוי גרויס, אז ממש יעדעס איינציגסטע צענטימעטער פונעם טראטואר און שאסיי זענען געווען שווארץ באדעקט. באלד האבן זיך די שטאטישע פובליק ווארקס באאמטע אראפגעלאזט צום ראיאן כדי צו באקעמפן די אינוואזיע פון די שרצים, און אויך צו דערגיין פון וואנעט זיי האבן זיך באוויזן. עס האט נישט געדויערט לאנג, ווען מען האט געפונען א גרויסן רער, וועלכע איז געווען פארשטאפט שוין עטליכע מאנאטן מיט אלטע עסנווארג און אפלויף, וואס דאס האט צו זיך צוגעצויגן די מורישקעס. פארט איז אבער נישט קלאר, פארוואס זיי האבן פונקט יעצט באשלאסן ארויסצוקומען, און דזשאן דעגוליא, א ווארטזאגער פאר דער פילאדעלפיער סיטי וואסער דעפארטמענט האט געזאגט, אז מען פארשט ווייטער דעם מאדנעם אינצידענט.

בילד: מורישקעס אינוואדירן פילאדעלפיע גאס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל