ענגלאנד – די עלטערן פון דעם פיצל קינד, טשארלי גארד, וועלכע ליידט פון א זעלטענע גענעטישע קרענק, האבן נעכטן געזאגט אז זיי זענען אין קאנטאקט מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע. די געשיכטע מיט טשארלי ווערט שוין מיטגעהאלטן א שטיק צייט דורך דער גאנצער וועלט, נאכדעם וואס דאס קינד איז דיאגנאזירט געווארן מיט "מייטאקאנדריעל דיפּלישען סינדראם", וואס ברענגט מח שאדנס און עווענטועל טויט, וואס איז א גאר זעלטענע קרענק און ס'איז דערפאר נישטא קיין באהאנדלונג. די דאקטוירים אינעם בריטישן שפיטאל, וואו טשארלי ווערט באהאנדלט, האבן געזאגט אז זיי ווילן אים אראפנעמען פון "לייף סופארט" צו פארשנעלערן זיין שטארבן, אבער די עלטערן האבן צוריקגעקעמפט, און עווענטועל איז עס אנגעקומען אין געריכט. די עלטערן האבן שוין אויפגעטריבן נאענט צו צוויי מיליאן דאלער פון אן אנליין קאמפיין, אים צו ברענגען קיין אמעריקע וואו איין דאקטער זאגט אז ער האט א מעגליכע טריעטמענט, און די עלטערן האבן שוין אויך געזאגט אז זיי זענען גרייט אהיימצונעמען דאס קינד און אים געבן שפיטאל-באהאנדלונג ביי זיך אינדערהיים, אבער די שפיטאל פירערשאפט האט זיך געשטעלט אויף דער לענג און דער ברייט, און דערווייל האבן אלע געריכטן געגעבן גערעכט פאר'ן שפיטאל, אריינגערעכנט די אייראפעאישע מענטשן רעכט געריכט. מאנטאג האט טראמפ געשיקט א מעסעדזש אויף טוויטער, אז די אמעריקאנער רעגירונג איז גרייט צו אינטערווענירן, און נעכטן האט מען געהערט אז טשארלי'ס עלטערן קאנפערירן מיט'ן ווייסן הויז צו זען וואס מ'קען עפעס טאן.

בילד: טשארלי גארד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל