קאראקאס – אין א דראמאטישן אויפשטייג פון פרישע אומרוען און בלוט פארגיסונג אין ווענעזועלע, זענען צענדליגער שטיצער פונעם ארטיגן דיקטאטור, ניקאלעס מאדורע, איבערגעפאלן די פארלאמענט געביידע אינעם הויפטשטאט קאראקאס, וואס דער פארלאמענט איז אין קאנטראל פון די אפאזיציע פארטייען וועלכע ווילן ארויסווארפן מאדורע פון אמט. די מאדורע שטיצער זענען געקומען מיט קליינע ביקסן, שטאלענע רערן, נאגייקעס און אנדערע וואפנס, און באלאגערט די געביידע, ברענגענדיג אז די פארלאמענט מיטגלידער זאלן נישט קענען ארויסגיין, און שפעטער האבן זיי אויך געסטראשעט אפצוהאקן די לעקטער און וואסער צו דער געביידע. שפעטער נאכמיטאג האבן צענדליגער פון די באוואפנטע מאדורע שטיצער אריינגעשטורעמט אין דער געביידע און האבן אנגעהויבן שלאגן מיט ברוטאליטעט פילע פארלאמענט מיטגלידער, פון וועלכע דריי זענען ערנסט פארוואונדעט געווארן. שרייבנדיג די שורות, זענען נאך ארום 100 מענטשן, אריינגערעכנט פילע פארלאמענט מיטגלידער, פארכאפט אינעווייניג אין דער באלאגערטער געביידע. אין א זייטיגער אנטוויקלונג האט אפיציר אסקאר פערעז, וועלכער האט דורכגעפירט די העליקאפטער אטאקע אויפן ווענעזועלער סופרים קאורט געביידע פאריגע וואך, פובליצירט א פרישע ווידעא, אין וועלכע ער האט דערקלערט אז ער איז צוריק אין קאראקאס און גרייט פאר ווייטערדיגע שריט אומצעווארפן די מאדורע רעזשים.

זעה ווידיאס

בילד: מאדורע שטיצער אטאקירן ווענעזועלע פארלאמענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל