וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן קלארגעשטעלט, אז זיי שטייען גרייט צו נוצן מיליטערישע מאכט קעגן צפון קארעא, אין רעאקציע צו צפון קארעא'ס געוואגטע ערשטמאליגע פראבע אויף אן אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל. אמעריקע'ס יו-ען אמבאסאדארשע, ניקי העילי, האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע אינעם יו-ען, וואו זי האט געלאזט פאלן די שארפע ווארענונג, זאגנדיג אז אמעריקע האט פילע מעטאדן וויאזוי אפצושטעלן צפון קארעא פון אירע מיסיל אקטיוויטעטן, און איינס פון די מעטאדן איז מיליטעריש, אבער אמעריקע האפט אז מען וועט נאך קענען לעזן דעם קריזיס אויף א דיפלאמאטישן פארנעם.

העילי'ס שארפע ווערטער, אין וועלכע זי האט געסטראשעט סאנקציעס אויף לענדער וועלכע טוען ביזנעס מיט צפון קארעא, וואס נעמט אריין כינע, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס מען האט געהערט פונעם פענטאגאן ווארטזאגער, קעפטעין דזשעף דעיוויס, אז אמעריקע האט דורך סאטעליטן און אנדערע מעטאדן מיטגעהאלטן פונקטליך וויאזוי צפון קארעא גרייט צו דער ארויסשיס פונעם אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסיל, און אמעריקע וואלט עס גרינג געקענט אראפשיסן, נאר וויבאלד דער מיסיל האט נישט געשטעלט קיין דירעקטן געפאר אויף אמעריקאנער טעריטאריע, איז באשלאסן געווארן אז מ'וועט עס נישט אראפשיסן.

בילד: אמעריקע איז גרייט צו  נוצן מיליטערישע מאכט אויף צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל