ווארשא — פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געלאנדעט אין אייראפע, פאר'ן אנהייב פון זיין באזוך אין עטליכע לענדער, אין בעפארברייטונג צום דזשי-20 סאמיט אין האמבורג, דייטשלאנד וועלכע וועט זיך אנהייבן פרייטאג. טראמפ האט געלאנדעט אין ווארשא, פוילן פאר א באזוך וואס וועט דויערן בלויז 16 שטונדן לויט'ן פלאן. מאסן האבן באלאגערט די הויפט גאסן פון ווארשא, פאכענדיג אמעריקאנער און פוילישע פענער, צו באגריסן דעם אמעריקאנער פרעזידענט פאר זיין זעלטענעם באזוך, און לויט'ן פלאן, האט טראמפ געזאלט באזוכן ביים "קראזינסקי סקווער", דאס ארט וואס דינט אלס מאנומענט און געדענקמאל פאר דעם ווארשעווער אויפשטאנד קעגן די נאציס אין יאר 944', און דארטן געבן א רעדע. אין פוילן וועט זיך טראמפ טרעפן מיט'ן פוילישן פירער אנדרעי דודא און מיט'ן פירער פון קראאטיע, און דערנאך וועט אפגעהאלטן ווערן א קליינער סאמיט צווישן טראמפ און פירער פון די "טרי סיעס אינישעטיוו", וואס באשטייט פון 12 לענדער וועלכע גרעניצן זיך מיט די באלטישע, אדריאטישע און שווארצע ימ'ען. פון פוילן וועט טראמפ פארן קיין האמבורג, דייטשלאנד, וואו ער וועט פרייטאג זיך טרעפן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין.

בילד: טראמפ לאנדעט אין אייראפע פאר דזשי-20

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל