פוילן – אין קיעלץ, פוילן איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע צערעמאניע ביי וועלכע מען האט אפגעצייכנט 71 יאר פון ווען עס האט פאסירט דער שרעקליכער פּאָגראָם, ווען לאקאלע פוילישע רוצחים זענען איבערגעפאלן אידישע איינוואוינער און דערמארדעט פילע פון זיי. דער קיעלצער פּאָגראָם האט פאסירט אין יאר 946', שוין נאך דער ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג, ווען א קליין הייפעלע פון שארית הפליטה אידן האבן זיך צוריקגעקערט צו זייער היימשטאט נאכ'ן איבערלעבן דעם גיא צלמות אין די ברוטאלע נאצישע טויט לאגערן. האבנדיג זיך באזעצט און האפנדיג פאר רואיגקייט, האבן זיי ביטערליך געגרייזט, ווען דער אנטיסעמיטיזם האט נאך געזידט אין בלוט פון לאקאלע פוילישע רוצחים, און איין טאג אין זומער יענעם יאר, זענען די רוצחים איבערגעפאלן און אטאקירט ארום הונדערט קיעלצער אידן, און אומגעברענגט ארום פערציג פון זיי, הי"ד. ביי דער ספעציעלער יארטאג אפצייכענונג, האט אנטיילגענומען א שליח פונעם פוילישן פרעזידענט און דער פוילישער הויפט רב הרב מיכאל שודריך הי"ו. א גרופע נישט-אידישע לאקאלע סטודענטן זענען געקומען און ספעציעל געזונגען א ניגון אויף דער אידישער שפראך אין עהרע פון די אומגעקומענע קיעלצער אידן.
הוסף רשומת תגובה