וואשינגטאן — דער ניו יארק טיימס האט נעכטן באריכטעט אז ווייסע הויז באאמטע זענען שטארק באזארגט איבער טראמפ'ס זיצונג מיט פוטין. דער זארג איז, אז פוטין איז באקאנט אלס א געשליפענער מאניפולירער, וועט ער אריינשלעפן טראמפ צו אטאקירן די מידיא ביי דער זיצונג און נאכגעבן פארשידענע זאכן פאר פוטין. דער באריכט צייגט אז אמעריקאנער שפיאנאזש הויפטן האבן צוגעגרייט א לענגערן פסיכאלאגישן באריכט איבער וולאדימיר פוטין און דאס איבערגעגעבן פאר טראמפ אנהייב וואך, אבער ווייסע הויז ראטגעבער ווייסן אז טראמפ האט נישט קיין געדולד צו ליינען לענגערע באריכטן, האבן זיי דעריבער אנגעהויבן צוגרייטן טראמפ דורכ'ן אים אפשרייבן קורצע מעסעדזשעס און פונקטן, נישט לענגער ווי 140 בוכשטאבן (די מאקסימום לענג וויפיל א מעסעדזש אויף טוויטער מעג זיין), און זיי לייענען דאס פאר פאר'ן פרעזידענט, ער זאל זיין גרייט ווען עס קומט פרייטאג די קריטישע מינוט.

בילד: וועט פוטין מאניפולירן טראמפ ביי דער זיצונג?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל