וואשינגטאן – די ספעציעלע קאמיסיע וואס פרעזידענט טראמפ האט געשטעלט אויסצופארשן מעגליכע וואל שווינדלערייען אין אמעריקאנער סטעיטס, שטייט אויף הינערנע פיסלעך, נאך איידער די קאמיסיע האט בכלל געהאט א שאנס אנצוהייבן מיט איר אויספארשונג. ווי שוין באריכטעט, האבן צענדליגער סטעיטס צוריקגעוויזן א פארלאנג פון דער קאמיסיע איבערצוגעבן דעטאליזירטע ליסטעס פון אלע רעגיסטרירטע וויילער, וואס לויט באריכטן האלט דער ציפער שוין ביי 44 סטעיטס, אבער קריס קאובעטש (Kris Kobach), דער וויצע טשעירמאן פון דער קאמיסיע, האט נעכטן געזאגט אז די באריכטן אז די קאמיסיע איז אויף צרות, איז פשוט "פעיק ניוז", פאלשע נייעס, און קאובעטש זאגט אז 20 סטעיטס האבן שוין מסכים געווען צו געבן די ליסטעס, זעכצן אנדערע טראכטן דערפון, און נאר פערצן סטעיטס האבן געזאגט א קאטעגארישן ניין. קאובעטש האט אבער נישט אדרעסירט די באשולדיגונגען אז די קאמיסיע'ס דירעקטע פארלאנג צו די סטעיטס האט מעגליך פארלעצט פעדעראלע רעגירונג פראצעדורן, וואס אזא סארט פארלאנג דארף צוערשט באשטעטיגט ווערן דורכ'ן פעדעראלן "אפיס אוו מענעדזשמענט און בודזשעט".

בילד: קריס קאובעטש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל