וואשינגטאן – עס איז שטארק מעגליך אז אינעם נאענטן צוקונפט וועלן אמעריקאנער בירגער זען א טויש אינעם סיסטעם וויאזוי פאספארטן און וויזעס ווערן ארויסגעגעבן, וויבאלד דער גאנצער סיסטעם וועט מעגליך איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פונעם פעדעראלן היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט. אצינד איז עס די אויפגאבע פונעם סטעיט דעפארטמענט און אמבאסאדעס איבער דער וועלט (וואס אמבאסאדעס ווערן קאנטראלירט דורכן סטעיט דעפארטמענט) צו פראצעסירן פאספארט און וויזע אפליקאציעס, אבער זינט סעפטעמבער 11, האבן פילע זיכערהייט עקספערטן פארגעשלאגן אז דאס אריבערפירן די אויפגאבע צום היימלאנד זיכערהייט דעפארטמענט, וועט מאכן אז מען זאל קענען מער פארזיכערן אז בייזוויליגע פארשוינען באקומען נישט פאספארטן אדער וויזעס. יעצט האט סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן פארארדענט אן איבערזיכט אויפ'ן סטעיט דעפארטמענט, פון א פריוואטער פירמע, און די פירמע האט רעקאמענדירט אז מען זאל טאקע מאכן דעם טויש, ווייל עס וועט שפארן א סאך געלט פאר'ן סטעיט דעפארטמענט און די פעדעראלע רעגירונג.

בילד: מעגליכער טויש אין פאספארט און וויזא סיסטעם


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל