פלינט – דער טעראריסט וועלכער האט מיט צוויי וואכן צוריק דורכגעפירט א טעראר אטאקע אויפ'ן פלינט אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין פלינט, מישיגען, האט זיך נעכטן דערקלערט אומשולדיג אויף די טעראר קלאגעס וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן קעגן אים. די אטאקע האט פאסירט ווען דער טעראריסט אומאר פאטאווי, אן אפשטאמיגער פון מאנטרעאל, קאנאדע, איז איבערגעפאלן מיט א מעסער א פאליציי אפיציר ביים נאמען דזשעף נעוויל און אים פארוואונדעט (פון וועלכן דער אפיציר האט געליטן שווערע וואונדן אבער ערהוילט זיך גוט) בשעת'ן שרייען "אללא אכבאר" און אנדערע איסלאמישע טעראר לאזונגען, אריינגערעכנט אז ער פירט דורך די אטאקע צוליב וואס אמעריקע איז שולדיג פאר דער בלוט פארגיסונג פון טויזנטער מוסולמענער אין איראק און אין סיריע. פאטאווי ווערט אנגעקלאגט מיט'ן דורכפירן א טעראר אקט אין אן אינטערנאציאנאלער לופטפעלד און באזונדער פאר'ן שטערן זיכערהייט פראצעדורן אין א לופטפעלד, וואס ביידע אינאיינעם טראגן מיט זיך א מאקסימום אורטייל פון לעבנסלענגליכער טורמע און א האלב מיליאן דאלער געלט שטראף.

בילד: אומאר פאטאווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל