מעמפיס – די סטעיט אויטאריטעטן אין מיסיסיפי האבן געשיקט א לעגאלן פארלאנג צו א קליינע געפלאגטע עלעקטראנישע קאר פירמע, צו פארלאנגען אז די פירמע זאל צוריקצאלן 4.9 מיליאן דאלאר וואס זיי האבן באקומען אין הילף גרענטס פון די סטעיט און לאקאלע רעגירונגען, אין צוגאב צו 1.5 מיליאן דאלאר אויף פראצענט. די קליינע עלעקטראנישע קאר פירמע "גרינטעק" ווערט געפירט דורך טשארלס ווענג, וועלכער האט פארשפראכן פאר די מיסיסיפי אויטאריטעטן עטליכע יאר צוריק אז ער גייט אינוועסטירן זעכציג מיליאן דאלאר אין די סטעיט'ס עקאנאמיע און שאפן אמווייניגסטנס 350 דזשאבס אין טוניקע קאונטי, נישט ווייט פון דער הויפטשטאט מעמפיס. גרינטעק האט געהאט אריגינעל א פלאן צו בויען אזויפיל ווי א פערטל מיליאן עלעקטראנישע קארס יערליך און אינוועסטירן צוויי ביליאן דאלאר אין פארשידענע סטעיטס, אבער האט פאראיאר שארף געשניטן די ערווארטונגען צוליב פארשידענע דורכפעלער, און אצינד וויל מיסיסיפי צוריקבאקומען די מיליאנען אין גרענטס וואס זי האט געגעבן פאר דער פירמע.

בילד: מיסיסיפי קלאגט עלעקטעריק קאר פירמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל