ניו יארק סיטי – ווידעראמאל איז ניו יארק אויפגעשאקלט געווארן פון א ברוטאלע געצילטע מארד קעגן א פאליציי אפיציר. דאס האט פאסירט מיטוואך פארטאגס אין דער בראנקס, ווען די אפיצירקע מאיסאטיס פאמיליא איז געזעסן אין איר פאליציי פאטראל קאר, ווען דער פארשוין אלעקסאנדער באנדס איז צוגעקומען, אריינגעשטעקט זיין רעוואלווער דורכ'ן פענסטער און קאלטבלוטיג געשאסן פאמיליא, פון וועלכע זי איז אומגעקומען נישט לאנג נאכ'ן אפגעליפערט ווערן צום לאקאלן סענט בארבאנעס פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג. אנדערע פאליציי אפיצירן האבן באוויזן נאכצולויפן באנדס און אים געשאסן צום טויט, און שפעטער איז אפירגעקומען אז ער האט א היסטאריע פון שעלטן און שימפן קעגן די פאליציי קרעפטן. אין רעאקציע צו דער ברוטאלער שיסעריי און מארד, האט ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומא פארארדענט, אז אלע אמעריקאנער פענער אויף רעגירונג און פובליק געביידעס לענגאויס דער סטעיט זאלן ווערן גענידערט אויף האלב, אלס א צייכן פון טרויער.

בילד: פאליציי אפיצירקע ברוטאל דערשאסן צום טויט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל