וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט אז די ציפערן פון אינטערנאציאנאלע בירגער וועלכע קומען צו פליען קיין אמעריקע פאר טוריזם, איז געשטיגן אין מאי, וואס איז שוין די דרייצנטע מאנאט אין א צי וואס אינטערנאציאנאלע באזוכער קיין אמעריקע שטייגט, און עס קומט אין א צייט וואס אמעריקאנער טוריסטן ביזנעסער זענען באזארגט אז טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און פליטים וועט שעדיגן די טוריזם אינדוסטריע. די "אמעריקאנער טראוועל אסאסיעשאן" זאגט אז אין מאי איז דער ציפער אינטערנאציאנאלע באזוכער קיין אמעריקע געשטיגן מיט 5.2 פראצענט מער ווי פאראיאר מאי, וואס די פארשער זאגן אז א הויפט סיבה פארוואס עס האלט שוין אן דרייצן מאנאטן די שטייגונג אין אינטערנאציאנאלע באזוכער, איז צוליב אפעקטיווע מארקעטינג סטראטעגיעס וואס אמעריקאנער ביזנעסער, האטעלן, אונטערהאלטונג פירמעס און פארקס האבן אנגעפירט לעצטנס אין פילע לענדער איבער דער וועלט.
הוסף רשומת תגובה