ניו יארק – צוויי מאדנע אינצידענטן מיט מיסילס און באמבעס האבן נעכטן פאסירט. דאס ערשטע האט פאסירט אין ניו יארק סיטי, וואו א פאלשע מיסיל האט אנגעמאכט א שרעק. די פאליציי האבן באקומען א טעלעפאן רוף איבער א זאק אין פארעם פון א מיסיל וועלכע איז געזען געווארן ליגן אויף גאס אויף וועסט 21'סטע סטריט צווישן די פינפטע און זעקסטע עוועניו, און באלד זענען זיי אנגעקומען און אפגעשפארט דעם גאנצן בלאק און עוואקואירט עטליכע געביידעס. נאך א קורצער אונטערזוכונג, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז דער מיסיל איז בכלל נישט קיין עכטער מיסיל, נאר איז א פלאסטיק זאק אנגעפילט מיט דאקומענטן און צייטונג אויסשניטן, און די פאליציי האבן צוריק געעפנט די גאס. די פאליציי פארשן וויאזוי דער זאק אין פארעם פון א מיסיל איז אנגעקומען אויף דער גאס, און עס איז מעגליך א היסטאריש פעקל וואס איינער האט אוועקגעלייגט מיט אלטע היסטארישע דאקומענטן. דער צווייטער אינצידענט האט פאסירט אין דארמסטאדט, דייטשלאנד, וואו א קינדערגארטן געביידע איז עוואקואירט געווארן נאכדעם וואס א קליינע באמבע איז באמערקט געווארן אויף א פאליצע אינאיינעם מיט אנדערע שפילצייג. ארויסגעשטעלט האט זיך אז א קינד האט זיך געשפילט אין וואלד נעבן דער שולע און געטראפן אינעם זאמד די קליינע באמבע, פון דער צווייטע וועלט קריג עפאכע, און האט דאס אריינגעברענגט אינעווייניג.

בילד: מיסילס אנגעפילט מיט פאפיר און שפילצייג באמבעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל