וואשינגטאן. – די פעדעראלע ענערגיע דעפארטמענט האט געמאלדן אז זי העלפט אמעריקאנער ענערגיע פירמעס אפשלאגן א רייע פון העקעריי אטאקעס, וואס האבן זיך אנגעהויבן פארגאנגענע וואך. די העקערס האבן געצילט אויף א רייע פאוער קאמפאניס, אריינגערעכענט מינימום איין פאוער פלענט. די באאמטע האבן געזאגט אז די העקערס האבן באוויזן זיך אריינצובאקומען אין די ביזנעס מענעדזשמענט קאמפיוטערס פון די פירמעס, אבער האבן נישט געקענט מאניפולירן די פאוער דזשענערעישאן עקוויפמענט, ווייל די קאמפיוטער נעצן וואס קאנטראלירן די עקוויפמענט איז גענצליך אפגעטיילט פונעם ביזנעס מענעדזשמענט קאמפיוטער נעץ אפטיילונג. די העקערס האבן פרובירט זיך אריינצוכאפן, טיילמאל סוקסעספול, דורך שיקן פארפעסטיגטע אימעילס און ברענגען ארבעטער צו קליקן אויף די אימעילס, וואס האבן זיי געשיקט צו פאלשע וועבסייטס וואו זיי האבן געדארפט אריינלאגן מיט זייערע קאמפאני לאגינס, און אזוי האבן די העקערס געצילט צו באקומען די 'באנוצער נעמען' און פעסווארדס פון די ארבעטער זיך אריינצוכאפן אין די קאמפיוטער נעצן.

בילד: ענערגיע דעפארטמענט העלפט פירמעס אפשלאגן מאסיווע העקעריי אטאקעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל