סאוט קאראליינע. – אן ארעסטאנט איז אנטלאפן פון א מאקסימום זיכערהייט טורמע אין סאוט קאראלאינע, שוין צום צווייטן מאל (דאס ערשטע מאל איז געווען אין 05'), דאס מאל גלויבט מען אז ער האט גענוצט א דראון אויף צו אנטלויפן. דער דראון האט אים געברענגט צווענגלעך און שניידערס צו קענען אויפשניידן די גראטעס און דעם צוים, און אזוי איז ער אנטלאפן, דורכשניידנדיג 4 באזונדערע צוימען. דער ארעסטאנט האט גענוצט א געשמוגלטן סעלפאון צו קאמוניקירן מיט א געהילף פונדרויסן אים צו ברענגען די געצייג דורך א דראון. ער איז אנטלאפן פארגאנגענעם מיטוואך און איז געכאפט געווארן פארגאנגענעם פרייטאג, 3:00 פארטאגס, אין טעקסאס, ער האט פארמאגט ביי זיך 47,000 אין קעש, א רייפל און א ביקס.

בילד: ארעסטאנט נוצט דראון צו אנטלויפן פון טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל