ניו יארק. – איינע פון די ליבעראלע פרעסע קאמענטאטארן, רחל מעדאו, האט געווארנט אנדערע מידיא פירמעס, אז עמיצער פארשפרייט פאלשע דאקומענטן, וואס זענען אנגעבליך ארויסגערונען פון דער נאציאנאלער זיכערהייט אגענטור, און עס אנטהאלט א מעלדונג אז די אגענטור האט קלארע באווייזן אז דער טראמפ קאמפיין האט געארבעט צוזעמען מיט'ן קרעמלין אונטערצומינעווען דעם קלינטאן קאמפיין און צו געבן טובות פאר רוסלאנד אלס שכר פאר'ן העלפן טראמפ ערוויילט צו ווערן. עס איז נישט קלאר ווער עס פארשפרייט די פאלשע דאקומענטן, געצילט צו מאכן חוזק פון דער מידיא און זיי אריינכאפן אין א נעץ. מעדאו האט געזאגט אז זי האט דעם דאקומענט פארגליכן מיט א דאקומענט וואס איז ארויסגערונען פארגאנגענעם מאנאט פון דער ען-עס-עי אגענטור, וואס איז פובליצירט געווארן דורכ'ן אינטערסעפט מידיא סטאנציע, וואס יענץ איז יא קראנט, און דורך דעם פארגלייך האט מען אויפגעכאפט אז דער ניי פארשפרייטער דאקומענט איז געפעלשט. עקספערטן טענה'ן אז עס איז ארויסגעליעקט געווארן דורך געהיימע קרעפטן אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע וועלכע וויל דערמיט שעדיגן די מידיא. די עם-עס-ען-בי-סי, פאר וועמען מעדאו ארבעט, האט שוין לאנג באשולדיגט אז דער "ארויסרינער" וואס האט ארויסגעגעבן טראמפ'ס 2005 שטייערן בויגנס, איז טאקע געווען טראמפ אליינס, ווארום נאר ער האט עס געקענט טאן אן זיך זארגן פון ווערן אנגעקלאגט דורך טראמפ.

בילד: ליבעראלע פרעסע קאמענטאטארן ווארענען איבער פאלשע דאקומענטן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל