וואשינגטאן. – דעמאקראטישע פירער האבן אפגעווארפן די מורמלערייען פון א געוויסע גרופע אינערהאלב די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט וועלכע אגיטירן אז די דעמאקראטישע מיניאריטעט פירערין, נענסי פעלאוסי, זאל אפטרעטן אדער פארשיקט ווערן פון אמט. די אויפשטענדלער טענה'ן אז אונטער פעלאוסי'ס פירערשאפט האבן די דעמאקראטן שוין 4 מאל פארלוירן די וואלן און גענוג איז גענוג. לויט ווי זיי פארפירן, טוען פעלאוסי'ס ליבעראלע שטעלונגען שטארק שאדן טאן די פארטיי. די דעמאקראטישע פירער זאגן אבער אז ענדערש זאל מען זיך קאנצענטרירן איבער געווינען די 18' וואלן, וועלכע קומען פאר ווייניגער ווי איינס אהאלב יאר ארום, און דאן וועט מען רעדן פון ערזעצן פעלאוסי. די אויפשטענדלער זאגן פארקערט, פארוואס זאל מען ווארטן נאכאמאל צו פארלירן א וואלן פארמעסט און ערשט דאן טוישן פעלאוסי, זאל מען עס שוין טאן. האבן די דעמאקראטישע פירער צוריקגעענטפערט, אז סיי וועמען די דעמאקראטן וועלן יעצט שטעלן, גייט ווערן דער ציל ברעט פון מאסיווע אטאקעס פון די רעפובליקאנער, פונקט ווי פעלאוסי איז יעצט, דערפאר איז עס נישט קיין נפקא מינא.

בילד: דעמאקראטן באקעמפן אויפשטענדלער קעגן נענסי פעלאוסי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל