אמסטערדאם, האלאנד. – א מוניציפאלע באערונג וואנט אין א שטאט אין האלאנד, וואס האט פאר 30 יאר געטראגן דעם נאמען פון א מעיאר אין די צווייטע וועלט קריג יארן, און אים אויסגעלויבט אלס העלד, וועט קארעגירט ווערן און וועט באזייטיגן דעם נאמען פונעם מעיאר. עס האנדעלט זיך פון פיעט מייעזנער, א פראמינענטער מעיאר אין די קריגס יארן, וואס אמאל איז געווען אנגענומען, אז ער האט ביי די נאצי אקופירונג געהאלפן אידן פון פארשיקט ווערן צו די נאצי טויט לאגערן. אבער נייע דאקומענטן האבן געוויזן דאס פארקערטע, ווי ער האט געהאלפן באראבעווען אידישע פארמעגנס, האט זיך געפרייט אז אידן ווערן דעפארטירט און האט פרובירט צו ארבעטן עס זאל צוגיין וואס שנעלער און וואס געשיקטער. אמסטערדאם איז דאס איינציגסטע ארט וואו אינעם ארטיגן האלאקאוסט מאזעאום קען מען געפינען באערט אידן וואס זענען אומגעקומען אינעם האלאקאוסט און אויך האלאנדישע סאלדאטן וואס האבן געקעמפט צוזאמען מיט די נאציס.
הוסף רשומת תגובה