עגיפטן. – די עגיפטישע רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט שפענדן 22 מיליאן דאלאר צו רענאווירן די 160 יעריגע אליהו הנביא שוהל אין אלעקסאנדריע, עגיפטן. די שוהל געביידע איז אפגעשפארט געווארן עטליכע מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס די דאך איז איינגעפאלן. עס איז אנגענומען אלס איינע פון די עלטסטע שוהלן וואס זענען נאך געווען אין דינסט ביז די לעצטע יארן. די רעגירונג האט געמאכט אן אויסנאם צו צאלן פאר די רענאוואציעס, טראצדעם וואס רוב מאל הייסט זי די רעליגיעזע גרופעס אליינס עס אויסצאלן. די אליהו הנביא שוהל האט פלאץ פאר 700 מתפללים און הייסט צו זיין די גרעסטע שוהל אינעם מיטל-מזרח ראיאן. עס איז די לעצטע אקטיווע שוהל אין אלעקסאנדריע, עגיפטן, וואס האט אמאל געהאט 50,000 אידן. היינט צוטאגס איז אין גאנץ עגיפטן דא בלויז 50 אידן.
הוסף רשומת תגובה