בענגאזי, ליביע. – פרישע שלאכטן האבן פארגאנגענעם פרייטאג אויסגעבראכן אין בענגאזי, ליביע, טראצדעם וואס דער פירער פון דער ליביער נעשאנאל ארמיי, גענעראל קאליפא העפטער, האט געהאלטן א פייערליכע זיג רעדע, זאגנדיג אז זיינע קרעפטן האבן באוויזן גענצליך איינצונעמען די שטאט, אריינגערעכענט די סאברי געגנט, וואס איז געווען די לעצטע געגנט וואו די קרעפטן קעגנעריש צו אים זענען געווען קאנצענטרירט. די שלאכטן האבן געברענגט דעם אומקום פון 12 פון גענעראל העפטער'ס סאלדאטן און 35 פארוואונדעטע. העפטער איז אליאירט מיט א ליביער רעגירונג און פארלאמענט וועלכע פונקציאנירט אין מזרח ליביע, וועלכע לאכט זיך אויס פון א יו-ען געשטיצטע רעגירונג וועלכע איז אין קראפט אינעם הויפטשטאט, טריפאלי.

בילד: פרישע שלאכטן אין בענגאזי טראץ זיג רעדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל