סיריע. – אמעריקע, רוסלאנד און ירדן האבן פארגאנגענעם פרייטאג דערגרייכט א טיילווייזן פייער אפשטעל אפמאך, דאס איז געקומען בשעת פרעזידענט טראמפ האט זיך געטראפן מיט'ן רוסישן פרעזידענט פוטין ביים דזשי. 20 סאמיט אין האמבורג דייטשלאנד. דער פייער אפשטעל האט געזאלט אריינגיין אין קראפט זונטאג ביינאכט און ארייננעמען די ראיאנען אין סיריע וואס זענען נעבן דעם ירדן גרעניץ. מען האפט אז דאס מאל וועט דער פייער-אפשטעל אפמאך לאנג אנציען, היות פריערדיגע אפמאכן האבן נישט אנגעהאלטן. איראן און רוסלאנד זענען די הויפט שטיצער פון אסאד, און זיי האבן אים געהאלפן אין די לעצטע 12 מאנאטן צו פארכאפן צוריק פילע טעריטאריעס וואס די אויפשטענדלערישע סוניס האבן געהאט צוגעכאפט פון אים. באאמטע האבן אויסגעדרוקט האפענונג אז דער פייער אפשטעל אפמאך וועט פירן צו א לאנג-טערמיניגן שלום אפמאך אין סיריע, צו ענדיגן די זעקס יעריגע ציווילע קריג וואס האט חרוב געמאכט סיריע און האט געברענגט דעם טויט פון הונדערטער טויזנטער מענטשן.

בילד: טיילווייזער פייער אפשטעל אפמאך גייט אריין אין קראפט אין סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל