דרום קארעא. – אמעריקע פלאנירט דורכצופירן א פראבע פונעם טעעד מיסיל פארטיידיגונג סיסטעם, וואס זי האט אראפגעשטעלט אין דרום קארעא, צו באשיצן דרום קארעא פון צפון קארעא מיסיל אטאקעס. דער סיסטעם קען אראפשיסן מיטלשטרעקיגע און לאנג-שטרעקיגע מיסילס. די פראבע וועט פארקומען אין יולי, דורך א טעעד אראפשיסער וואס איז באזירט אין דעם גואם אינזל אינעם פאציפישן אקעאן. ביי פריערדיגע 8 פראבעס זינט 08' האט זיך דער טעעד סיסטעם ארויסגעשטעלט צו זיין גאר סוקסעספול. כינע איז שטארק ברוגז אויף אמעריקע פאר'ן אראפשטעלן דעם טעעד סיסטעם אין דרום קארעא, זאגנדיג אז עס מינערט די מאכטפולקייט פון איר מיליטערישן מאכט און צעשטערט דעם מיליטערישן מאכט באלאנס אינעם ראיאן.

בילד: אמעריקע פלאנירט פראבע פון מיסיל פארטיידיגונג סיסטעם אין דרום קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל