האמבורג, דייטשלאנד. – פרעזידענט טראמפ האט אפגעהאלטן א לאנגע מיטינג מיט'ן רוסישן פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, וואס איז געווען פיל מער סוקסעפול ווי דערווארט. די מיטינג האט זיך געצויגן פאר 2 שעה, און די ביידע וועלט-פירער האבן דערביי דיסקוסירט וויכטיגע זאכן, רעדנדיג דורך דאלמעטשערס. עס האט זיך אנגעהויבן מיט רייכן די הענט, א שמועס פון זעקס מינוט, דאן האט מען אריינגעלאזט די רעפארטערס, און טראמפ און פוטין האבן פארגעלייענט זייערע סטעיטמענטס. דאן האט מען פארשיקט די רעפארטערס, און די צוויי האבן זיך גענומען רעדן פון ביזנעס.

ווי טראמפ האט שפעטער באריכטעט, איז ער געווען שטארק צופרידן פונעם שמועס מיט פוטין, און אז ער האט גוט אנגעקניפט מיט אים. די טעמעס זענען געווען, די ציווילע קריג אין סיריע, דער צושטאנד אין אוקראינע, און ווי פארשטענדליך, די טענות אויף רוסלאנד אז זי האט זיך געמישט אין די אמעריקאנער וואלן. הגם טראמפ האט פאר'ן אפפליען קיין האמבורג גערעדט שארפע רייד אין ריכטונג פון פוטין, איז עס געווען, ווי געזאגט, יוצא צו זיין, אבער אין האמבורג אליין, האט ער נישט געזאגט קיין ווארט קריטיק קעגן רוסלאנד אדער פוטין. דער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט געזאגט אז עס איז געווען א גוטער געמיש צווישן די ביידע פירער, און מען האפט אז די מיטינג וועט ברענגען ממשות'דיגע רעזולטאטן.

בילד: טראמפ און פוטין האלטן אפ סוקסעספולע מיטינג; רוקן זיך פאראויס אויף וויכטיגע טעמעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל