קאליפארניע. – קאליפארניע האט פארגאנגענעם פרייטאג געליטן פון מאסיווע וואלדפייערן, וואס האט געצוואונגען צו עוואקואירן הונדערטער מענטשן פון זייערע הייזער. עס איז געקומען צוליב די הויכע טעמפעראטורן. קאליפארניע האט טאקע געהאט א שטארק רעגנדיגן ווינטער, וואס האט אפגעשטופט דעם וואלדפייער סעזאן פון זיך פרי אנהויבן, אבער די רעגנס האבן אונטערגעטריבן דעם געוואוקס פון ביימלעך, און אינצווישן זענען זיי געווארן אויסגעטרוקענט און עס איז דא מער ברענשטאף אין די וועלדער. די וואך האט קאליפארניע געליטן שווערע היצן. אין פאלם ספרינגס איז פארגאנגענעם פרייטאג געווען ביי א רעקארד 122 דעגריס הייס, אין דאונטאון לאס אנדזשעלעס, וועלכע איז געווענליך קילער ווי דעם ארום, איז געווען 96 דעגריס הייס.

בילד: קאליפארניער וואלדפייערן צווינגען מאסיווע עוואקואציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל